ווי זיצט דאס לאנד אליין
אמאל באליבט ביי מענטשן
שוין פערסאנא נאן גראטא
פארהפקרט פון אלע פעלקער
היינט א חוזק
זיינע בירגער וויינען ביי נאכט
די טרערן רינען
נישט קיין טרייסט
צווישן די ליבהאבער
די פריינד האבן אים פארראט
געווארן פיינטלעך
דאס לאנד האט געזינדיקט
צעשטערט און באעוולט
געווארן פארשיקט
צווישן מדבריות
צוריקגעטראטן הינטערוויילעכץ
ווייל קיינער גלייבט נישט
וואוהין זיך קערן און ווענדן
ווען מע רעגירט מיט בלינדקייט

אַ האָפֿערדיקע און דרײסטע איז מײַן שװעסטער דזשאַנעט געקומען אױף דער װעלט. במשך פֿון איר קורצן לעבן האָט זי אַזױ פֿיל אױפֿגעטאָן װײַל ס׳איז איר קײן מאָל נישט אײַנגעפֿאַלן, אַז זי קען נישט. און תּמיד װען זי האָט נישט געוווּסט ווי צו טאָן אַ געוויסע זאַך, איז זי געװען גרײט עס צו פּרוּװן.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/204673/my-adventure-loving-sister-is-gone/?p=all#ixtop-of-Mt.-Rose-2016_webzz4kg57tdcz

א. מולדת של תרבות עברית חילונית הממרצת וקיימת
ב. מהרסת זכויות הפלסטינים
ג. מטפלת חולים יהודים, פלסטינים וערבים
ד. מחזקת הכיבוש והיזקיו
ה. מרכז של תורה ופירושיה
ו. תומכת תרבות יהודית ביידיש, לאדינו, ועוד
ז. מפקת ומחריבת חלומותינו
ח. כל מה שרשום לעיל

דער וועקער

ליבער ד״ר בערגער,
װאָס איז דער שײַכות צװישן דער אַלצהײַמער־קראַנקײט און אַלומיניִום?
ר״ט, ישׂראל

טײַערע ר״ט,

װי איר װײסט מן־הסתּם, איז די אַלצהײַמער־קראַנקײט צװישן די סאַמע פֿאַרשפּרײטסטע סיבות פֿון עובֿר־בטלקײט אין עלטערע לײַט. און אַזױ װי די קראַנקײט איז אַזױ פֿאַרשפּרײט, און קען זײַן אַזױ ערנצט, גײען שױן אָן יאָרן לאַנג פֿאַרשײדענע פֿאָרשונגען װעגן װי אַזױ די קראַנקײט װירקט אױפֿן מוח און װי אַזױ מע קען זי פֿאַרמײַדן.

אַרום 48 מיליאָן נפֿשות איבער דער װעלט לײַדן אױף דער קרענק, װאָס באַשטײט פֿון צעפֿרעסונג (דעגענעראַציע) פֿון נערװן און נערװן־געװעב. די פֿריסטע סימנים פֿון דער קראַנקײט װערן אָפֿט מאָל פֿאַלש אָנגענומען פֿאַרן נאָרמאַלן עלטערן זיך. די מעדיקאַמענטן װאָס זײַנען פֿאַראַן העלפֿן אױף אַ מיטלמעסיקן אופֿן. אָפֿט מאָל באַשטײט די באַהאַנדלונג, דער עיקר, פֿון דעם, װי אַזױ מע שטיצט דעם חולה און דער משפּחה. װי אין אַ סך כראָנישע קרענקען איז קײן דעפֿיניטיװער היילמיטל נישטאָ.

די מעגלעכע גורמים פֿון אַלצהײַמערס זײַנען פֿילצאָליק. עטלעכע גענעטישע מעכאַניזמען האָט מען שוין פֿאָרגעלײגט (ס׳רובֿ פֿון דער ריזיקע פֿון דער קראַנקײט װערט טאַקע איבערגעגעבן בירושה). פֿיזיש זעט מען טײל מאָל, כאָטש נישט אַלע מאָל, פּאַטאָלאָגישע פֿיבער־קנױלן אין מוח־געװעב. און, אָפֿט מאָל, איז דער מעטאַל אַלומיניִום (אין אַמעריקע רופֿט מען דאָס אַלומינום) געפֿונען פֿאַרבונדן מיט די קנױלן.
ס׳איז אָבער גאָר נישט קלאָר די אמתע פֿאַרבינדונג צװישן די צװײ פֿענאָמענאָן. איז אַלומינום טײל פֿון דער סיבה? אָדער נאָר אַ צופֿאַל?

אַ סך מענטשן האָבן אַפֿערגעבראַכט דעם געדאַנק, אַז קאָך־ און אַנדערע כּלים װאָס נעמען אַרײַן אַלומיניִום קערן העכערן די ריזיקע פֿון אַלצהײַמערס. קײן װיסנשאַפֿטלעכע ראיות צו שטיצן דעם פֿאָרשלאָג זײַנען נישטאָ. פֿאַקטיש, אין אַן איבערקוק אין 2014 אױף עצות כּדי צו פֿאַרהיטן די קראַנקײט, װאַרפֿט זיך אין די אױגן, װי װײניק זײַנען די פֿאָרלײגן אַנדערש װי פֿאָלגן דעם שׂכל־הישר: עסן פֿרוכט און גרינסן, אײַננעמען װיטאַמינען אױב זײ פֿעלן, בלײַבן גײַסטיק אַקטיװ…

טײל פֿאָרשערס האָבן טאַקע פֿאָרגעלײגט פֿאָרזיכטיקײט וואָס שייך דעם אַרײַננעמען אַלומיניִום, װײַל דער מעטאַל קען זײַן סמיק אין קערפּער, און צוליב דעם (װי געזאָגט) אַז מע געפֿינט די סובסטאַנץ בײַ עובֿר־בטלע אין מוח. טײל שטודיעס האָבן געפֿונען מער פֿאַלן פֿון דער קרענק אין ראַיאָנען, װוּ מער אַלומינום האָט זיך געפֿונען אין צאַפּן־װאַסער, נאָר דאָס איז װידער בלױז אַן אַסאָסיאַציע. אױב מע װיל זײַן סופּער פֿאָרזיכטיק, קען מען פּרוּװן מינימיזירן דאָס אױסשטעלן זיך אױף דעם, װײַל דער מעטאַל איז לאַװ־דװקא נײטיק אױף אַ געזונטן לעבן.

איז אָבער כּדאַי, אַז מע זאָל איבערקערן ס׳לעבן און אַרױסװאַרפֿן די אַלומיניִום־כּלים פֿון דער קיך, בלױז אױפֿן סמך פֿון נישט־באַגרונטיקטע ראיות? מײַן עצה: װאַרט אױף אַ פֿעסטן װיסנשאַפֿטלעכן ענטפֿער, עס, טרינק, טראַכט, און ניץ װעלכע כּלים זײַנען אײַך באַקװעם.

http://blogs.yiddish.forward.com/dr-berger-answers-your-health-questions/203166/is-there-a-link-between-alzheimers-and-aluminum/?#ixzz4cAR7LWJh

פּײסאַזש
אלעקסאַנדער גאַליטש

די כמאַרעס שװעבן געדיכט
און די װאַלד שטײט װי אומבאַלעבט.
נאָר דעם דרעקאָמעטערס געװיכטן
שאָקלען שטילערהײט די קעפּ.

נישט אַלץ אױף דער װעלט פֿעלט אַ טעם
(כאָטש אַ גראָשן איז איר װערט)
אַבי געװיכטן זײַנען פֿאַראַן
און מע זעט די מדרגה פֿון דרעק.

 

Все было пасмурно и серо,
И лес стоял, как неживой,
И только гиря говномера
Слегка качала головой.

Не все напрасно в этом мире,
(Хотя и грош ему цена!),
Покуда существуют гири
И виден уровень говна!

דער פּאָעט איז סײַ אַ יחיד — ער, צי זי, שרײַבט אָן אײגענע װערטער אױפֿן סמך פֿון אײגענע מחשבֿות — סײַ אַ רינג אין אַ קײט פֿון פֿריִערדיקע דורות, שטיצערס, פֿרײַנד, פֿאַמיליעס, גאַס און געזעלשאַפֿט. אָן אַ געזעלשאַפֿט שרײַבט ער נישט; אָן אַן אײגענעם מוח װעט קײן פּען נישט אָנרירן די פּאַפּיר.

װי דער פּאָעט, אַזױ איז יעדער מענטש. בשעת דער פּראָזאַיִקער, דער ראָמאַניסט, מוז צענטרירן די מעשׂה אין אַ װעלט פֿון מענטשן (װײַל אַ ראָמאַן פֿון אײן פּערזאָן איז דין און בלאַס), קען אַ ליד זײַן דאָס קול פֿון אײנזאַמקײט, פֿון איזאָלירטקײט, און פֿון אײנעם, װאָס שטעלט זיך אַקעגן דער תּורה פֿון דער דרױסנדיקער װעלט.

http://yiddish.forward.com/articles/202860/sharp-lonely-verses-of-a-former-haredi/?p=all#ixzz4arWIMfu6

ליבער ד״ר בערגער,
פֿאַר װאָס איז אונדזער געזונט־סיסטעם צע­בראָכן?
מ. װ., נ״י

berger_health_system_web

טײַערע מ. װ,

עס װענדט זיך צי, און װי אַזױ, אונדזער געזונט־סיסטעם אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן איז טאַקע „צעבראָכן”. פֿאַראַן פּאָליטיקער װאָס האַלטן, אַז אונדזער געזונט־אָפּהיט איז „דאָס בעסטע אױף דער װעלט.” די מערסטע דרױסנדיקע פֿאַרלאָזלכע מקורים האַלטן, אַז מיר אַמעריקאַנער לײגן אױס אַ מאַיאָנטעק װאָס טױג אױף כּפּרות. די פּינקטלעכע געזונט־קאָסטן פֿון אונדזער סיסטעם באַטרעפֿן אַ פּאָר טריליאָן (טױזנט ביליאָן) דאָלאַר אַלע יאָר, נאָר אונדזער שטאַרביקײט און קרענקלעכקײט איז מער װי אין לענדער, װאָס גיבן אױס װײניקער. (פֿאַראַן אַנדערע סיבות, פֿאַרשטײט זיך, פֿאַר װאָס אונדזער געזונט־סיסטעם איז אומפּערפֿעקט, נאָר דער דאָזיקער חסרון — מיר גיבן אױס מער און באַקומען, רעלאַטיוו גערעדט, װײניקער — איז כאַראַטעריסטיש פֿאַר אונדז.)

פֿאַר װאָס? פֿאַראַן דרײַ סיבות.

ערשטנס, איז אונדזער סיסטעם איבער­גע­לאָדן מיט אַדמיניסטראַטאָרן, װאָס זײער צאָל שטײַגט אַ סך גיכער װי די צאָל דאָקטױרים און אַנדערע קליניקער. אפֿשר איז דאָס צוליב דער צאָל רעגולאַציעס, נאָר עס קען אױך האָבן צו טאָן מיט דער איבעריקער ביוראָקראַטיע אַרױס­גערופֿן פֿון דער אַמעריקאַנער געזונט־צע­שפּלי­טערונג. ניו־יאָרק איז אַנדערש װי אַלאַבאַמע, וואָס איז אַנדערש װי טענעסי, און אַזױ כּסדר.

צװײטנס, מעג יעדער שפּיטאָל רעכענען מער־װײניקער װאָס ער װיל. ס׳איז אַ פֿרײַער מאַרק װאָס איז נאָר „פֿרײַ” פֿאַר די פֿאַרקױפֿערס. שטעלט זיך פֿאָר אַז דו גײסט אַרײַן אין קראָם קױפֿן אַ שטיקל פֿיש. אין אַ דינסטיק צאָלסטו 5 דאָלאַר, און אױף מאָרגן — 25 דאָלאַר. אָן אַ פֿאַרװאָס, אָן אַ פֿאַרװען, סתּם אַזױ. די טאַריפֿן זײַנען אױסגעזױגן פֿון פֿינגער.

דריטנס, און אפֿשר דער עיקר, מאַכט מען אין אונדזער געזונט־סיסטעם צו פֿיל טעסטן, פּראָצעדורן און אָפּע­ראַ­ציעס. דאָ בין איך נישט אױסן „צו פֿיל” אין עקאָנאָמישן זין, נאָר אין מעדיצינישן. קוק זיך אום ס׳קומעדיקע מאָל װען דו ביסט בײַם דאָקטער, און פֿרעג זיך: „װיפֿל פֿון די זאַכן בין איך זיכער, אַז זײ האָבן מיר טאַקע געהאָלפֿן, און זײַנען נישט געװען גלאַט אַן אופֿן סתּם יוצא צו זײַן אױף עפּעס אַ טעאָרעטישער צי רעגוליר־פֿאָדערונג? דער אמת איז, אַז אונדזער סיסטעם גלייבט נאָך אַלץ אינעם פּרינציפּ „מער איז װײניקער”, אַנשטאָט „װײניקער איז מער.”

נישט אַלץ איז פֿאַרפֿאַלן. די לעצטע יאָרן מאַכט מען אַ פּעולה אין געװיסע תּחומען. דער אויפֿשטײַג פֿון געזונט־הוצאָות װערט פּאַ­מע­לעכער (אפֿשר צוליב דעם העכערן צו­טרוי פֿון דער אַמעריקאַנער באַפֿעלקערונג צו „אָבאַמאַקער‟). נאָכן אַרױסגעלאָזט װערן פֿון שפּיטאָל ווערן פּאַציענטן הײַנט װײניקער שפּי­טאָליזירט צום צווייטן מאָל. אין טײל שפּי­טעלער האָט מען כּמעט װי עלימינירט די אינ­פֿעקציעס אין די קאַטעטערס. הײַנט צו טאָג קנעלט מען מער מיט מעדיצין־סטודענטן ווי זיך בעסער אָפּצוגעבן מיטן פּאַציענט, און ווי צו קאָמוניקירן מיטגעפֿיל, װי קײן מאָל פֿריִער — אַ סך בעסער װי אין מײַנע סטודענטישע יאָרן.

אַז מע שמועסט זיך גוט אױס מיטן דאָקטער װעגן די מעלות און חסרונות פֿון זײַן צוגאַנג צו אײַער געזונט, קען מען אפֿשר מאַכן אַ פּעולה אױך פֿון אײַערט טובֿה װעגן.

ליבער ד״ר בערגער,
כ׳האָב נערװן־פּראָבלעמען אין די פֿיס (נעווראָ­פּאַטיע). װי לאַנג װעט געדױערן, ביז איך װער אַ קאַליקע?
אַ פֿרײַנד, נ״י

“דערלעבט די פֿרײַ,
דערלעבט די פֿרײַ,
גרויסער גאָט
מיר האָבן דערלעבט די פֿרײַ”
בזמן הזה
איז אָבער
עד מתי