הימל האָט אַראָפּגעקוקט און געוואָלט זײַן ערד.
בעל-הבית האָט פֿון געשעפֿט זיך נאָך נישט אומגעקערט.
די שטערן זאָגן ניטע, ס’איז כאָדאָראָם און הפֿקר —
ביז קאָסמאָס האָט געפּסקנט אַז ריכטונג איז אַ שקר.
איז געבליבן תּיקו, זאָל אַלץ נאָך גיין ווי פֿריִער
ביז בעל-הבית קלאַפּט האַסטיק אין דער פֿאַרמאַכטער טיר.

בקיצור: אַז־אָך־און־װײ. לײען װײַטער אין פֿאָרװערטס.

נישט וויכטיק צי איר האָט געזען דאָנאַלד טראָמפּ ווי די ישועה אַליין, צי איר זײַט אַנטלאָפֿן מיט אַ געשריי אין דער צווייטער ריכטונג, ווייסט איר איין זאַך וועגן דעם יאָר וואָס וואַרט אויף אונדז: קיינער איז נישט זיכער וואָס וועט געשען.

אַזוי ווי די פּאָליטישע מומחים האָבן (מיט געציילטע אויסנאַמען) נישט פֿאָרויסגעזען דעם טריִומף פֿון דעם אָראַנזשענעם פֿענאָמען, גיי זײַ אַ נבֿיא וועגן די פּראַקטישע פּועל־יוצאס פֿון דער נײַער אַדמיניסטראַציע נאָכן 21סטן יאַנואַר.

אין אַזאַ תּחום ווי געזונט אָבער קען מען טענהן אַז ס׳איז דווקא וויכטיק, און נוצלעך, עפּעס פּראָבירן אַרויסזען דורכן נעפּל פֿון באַליידיקנדיקע „טוויטס‟. געזונט־פֿאַרזיכערונג, און דעקונג פֿון מעדיצינישע הוצאות זײַנען שײך ס׳רובֿ אַמעריקאַנער, און ווען מע זאָל וויסן אין פֿאָרויס וואָלט מען געקענט מאַכן פּלענער אויפֿן מאָרגן.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/201196/will-trump-make-america-healthy-again/?p=all#ixzz4T1Fuplh1

סערצעניו, דאָס אומזעעװדיקע
האָט דיך נעכטן גערופֿן
און געבעטן אַ לעפֿל מורא.

זמירות פֿון פֿאַרשװוּנדענע דעמאָקראַטיעס
קלינגען אין קינדערשע אױערן
בשעת מע הוליעט פֿרומלעך.

סאַמע אױבן אַ זײגער,
צװײ. נײן. אַ צורה
פֿון דער נעכטיקער ישועה

ליבער ד”ר בערגער,
איך בין אַ פֿרױ אױפֿן שװעל פֿון װערן אַ דרײַסיק־יאָריקע, און איך בין נישט קײן חתונה־געהאַטע. איך הײב אָן לעצטנס צו פֿאַרשטײן אַז איך װעל אפֿשר פֿאַרפֿעלן די געלעגנהײט צו געבױרן ביאָלאָגישע קינדער. עס פֿאַרשטײט זיך אַז עס פֿאַלן מיר אײַן פֿאַרשײדענע מחשבֿות דערװעגן, אָבער אפֿשר קענט איר מיר העלפֿן מיט אײנער פֿון זײ: איך האָב געהערט אַז פֿרױען װאָס האָבן נישט קײן קינדער לײַדן אָפֿטער פֿון ראַק. צי איז דאָס אמת (כאָטש איך פֿאַרשטײ אַז פֿאַר זיך איז דאָס נישט קײן גוטע סיבה צו געבױרן אַ קינד)? װאָס מײנט איר אין אַלגעמײן װעגן דער „נאַטירלעכקײט‟ פֿון געבױרן צי נישט געבױרן קינדער, און װי אַזױ דאָס קען װירקן אױפֿן גוף?
אײַער
„כ’וויל בעסער אַרויסברענגען ביכער ווי קינדער אויף דער וועלט‟

מײַן ענטפֿער? לײענט װײַטער אין פֿאָרװערטס.

לייען ווײַטער אין מײַן מעדיצינישער רובריק בײַם פֿאָרווערטס “פֿרעג אַ געזונט-שאלה בײַ ד”ר בערגער”. compression-socks-and-plane_web

האָט איר אַ נייטיקע מעדיצינישע שאלה וואָס לאָזט נישט רוען? מעגט איר זיך אַראָפּרעדן פֿון האַרצן. מײַן נײַע רובריק בײַם פֿאָרווערטס איז אַ געלעגנהייט צו שטעלן פֿראַגעס אין אַ זיכערער, אָפֿנהאַרציקער סבֿיבֿה, אויף מאַמע-לשון. זײַט אַזוי גוט און לאָזט פֿון זיך הערן, אָדער דאָרט אָדער דאָ. לא הביישן לומד – אַלע קשיות זײַנען קלוגע!

פּלוצעם פֿאַרגעסן צו אָטעמען:
װאָס איז די זכיה פֿון אָדם’ן?

אַ מחלוקת. נישט פֿישל צי ריבאַ:
מוטבֿ או לא שלא נבֿרא.

דערגייט מען די סודות פֿון קיום:
זאָגט מען אַ הדרן בײַם סיום?

דעם יום־טובֿ האָב איך זיך פּאָסמאַקעװעט מיט דער אַנטאָלאָגיע העברעיִשער קװיר־פּאָעזיִעdownload אַרױס אין ישׂראל אין יאָר 2015. שטעלט זיך די פֿראַגע – צי איז פֿאַראַן אַזאַ זאַמלונג (צי אַפֿילו נאָר אַ בינטל לידער ערגעץ אין אַ לערנפּלאַן אָדער אַ בוך) אױף ייִדיש?

אן ארטיקל פון א יארצענדליק צוריק וועגן אונדזער נסיעה אין כינע, דווקא בזמן חירותינו.
” כינעזיש דאַרף איך זיך לערנען ניט סתם ווייל כ’פאָר אין כינע. אַרום און אַרום וועל איך דאָרטן זיין נאָר אַ זעקס וואָכן. פאַראַן מענטשן וואָס וואוינען אין האָנג קאָנג אָדער שאַנכיי אַ פינף צען יאָר און קענען ניט קיין ברעקל כינעזיש. עס ציט מיך אַזוי צו אַנדערע פעלקער און לשונות, אַז אַ מאָל באַדויער איך, וואָס כ’מוז שטאַרבן איידער כ’קען זיך אויסלערנען די אַלע שפּראַכן וואָס כ’וואָלט געוואָלט. יענע נייגעריקייט ציט מיך, נאָר דערצו נאָך איז קלאָר, אַז אַפילו אַ ביסל כינעזיש וועט מיר שפּעטער קומען צו נוץ, צוריק דאָ אין אַמעריקע, מיט מיינע כינעזישע פּאַציענטן.”

Emily_Dickinsonעמילי דיקינסאָן
[588]

צו ערשט בעט תּענוג דאָס האַרץ
דעמאָלט אַן אויסוועג פֿון וויי
דעמאָלט די קליינע לינדערמיטלען
וואָס וועלן פֿאַרטושן די פּײַן

און דעמאָלט שוין אײַנשלאָפֿן
און דעמאָלט, אויב וווילגעפֿעלן
וועט דעם אינקוויזיטאָר
דעם זכות פֿון מער נישט זײַן