Archives for category: Uncategorized

ס׳איז אַ מאָדנע זאַך צו שרײַבן אַ רעצענזיע הײַנט צו טאָג אױף אַ ייִדישן בוך. פֿון אײן זײַט װיל מען װעגן די מעלות און חסרונות, אָנװענדן סטאַנדאַרטן, װײַל ייִדיש מוז האָבן אַ פּנים. פֿאַר װאָס זאָל אַ בוך אױף מאַמע־לשון זײַן נחות־דרגאדיק? צוריקגערעדט װיל מען שטיצן די שאַפֿערס און אַרױסגעבערס, װײַל װען נישט זײ װאָלט דאָך גאָר נישט נישט געװען.20180124_192752_web

אין דעם פֿאַל איז נאָך בעסער, צי ערגער, װײַל עס גײט די רײד װעגן דרײַ שפּאָגל־נײַע קינדערביכלעך װאָס מע האָט אַרױסגעגעבן אין שװעדן. מע האָט שױן אַרומגערעדט אין כּמה ערטער דעם אױסטערלישן פֿאַקט, װאָס דווקא די שװעדישע רעגירונג שטיצט קולטור־פּראָדוקטן אױף ייִדיש, נאָר ווי זאָגט מען? אַ געשאָנקענעם פֿערד קוקט מען נישט אױף די צײן. נישט שױן זשע זײַנען דאָ גענוג ייִדיש־ביכלעך אין שטוב פֿאַר מײַנע קינדער? האָב איך גלײַך באַשטעלט, און נאָך עטלעכע טעג איז אָנגעקומען אַ פּעקל מיט די דרײַ ביכלעך. פּינקטלעך און פֿאַרלאָזלעך, פֿון דער װײַטער סקאַנדינאַװיע צו מײַן באַלטימאָרער גאַניק.

http://yiddish.forward.com/articles/207883/colorful-fruit-and-odd-anatomy/#ixzz56GA7827E

װי אַ דאָקטער וואָס אַרבעט אויפֿן געביט פֿון פֿאָלקסגעזונט און וואָס אינטערעסירט זיך מיט געזעלשאַפֿטלעכע פֿראַגעס, קומט מיר אױס אָפֿט מאָל צו הערן פֿאַרשײדענע איבערלעבונגען פֿון פּאַציענטן אין דער אַמעריקאַנער געזונט־סיסטעם.

טײל זײַנען שױדערלעך, טײל שרעקעדיק, און טײל פּשוט נישט צו פֿאַרשטײן. אַ דאָקטער קלינגט אָן אַ פּאַציענט מיט אַ בלוטטעסט־רעזולטאַט, געפֿינט אים נישט אין דער הײם, און גיט זיך אונטער – אָן צו פּרוּװן װײַטער צו דערגרײכן דעם פּאַציענט מיט אַ בריװ אָדער אַן עלעקטראָנישן אָנזאָג. אַ צװײטער דאָקטער מאַכט אומפּאַסיקע באַמערקונגען װעגן דעם קראַנקנס פֿיזישן אױסזען. אַ דריטע פֿרױ, מיט אַ כראָנישע, זעלטענע קראַנקײט, קען נישט פּועלן בײַ איר דאָקטער אַז איר מצבֿ איז אַן עכטער און נישט קײן אױסגעטראַכטער – ער האָט קיין מאָל נישט געהערט פֿון דעם, האָט ער זיך נישט אַפֿילו באַמיט נאָכצוקוקן די קראַנקײט אױף דער אינטערנעץ.

כאָטש די געשיכטעס זײַנען פֿאַרשידן־מיניקע זײַנען די חסרונות פֿון אונדזער געזונט־סיסטעם ברײט באַקאַנט. דאָ װעל איך זײ אױסרעכענען אױף אײן פֿוס, און שטעלן די פֿראַגע: נעמענדיק אין באַטראַכט אַז אַ סך פּרוּװן צו פֿאַרבעסערן די סיסטעם אױף אַ גרינטלעכן אופֿן זײַנען דורכגעפֿאַלן, װאָס טוט מען װײַטער? װי אַזױ קען מען אױספֿירן רעאַלע שינויים?
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/207575/how-to-replace-our-broken-health-system-three-vis/#ixzz53nxcGK5P

ליבער ד״ר בערגער,

אָפֿט מאָל, נאָך דעם ווי איך מאַך פֿיזישע געניטונגען פֿיל איך זיך נישט גוט. ס׳טוט מיר װײ דער קאָפּ אַ גאַנצן טאָג, און אַ מאָל שװינדלט מיר. נעכטן איז געווען שרעקלעך. אין דער פֿרי האָב איך געטאָן 50 מינוט ‘קאַרדיאָ’, וואָס בשעת דעם שפּרינגען איז אַלץ געווען גוט. אָבער גלײַך נאָך דעם האָט דער קאָפּ אָנגעהאָבן װײ טאָן. כ׳האָב געטרונען וואַסער און געגעסן אַ געזונטן פֿרישטיק און געוואַרטן ביז דער קאָפּווייטיק זאָל אַוועק. ס׳איז אָבער פֿאַרבליבן, און נאָך מיטאָג האָב איך געדאַרפֿט אהיימקומען, כ׳האָב זיך אַוועקגעלייגט אין בעט, געציטערט, און אַפֿילו געבראָכן אַ פּאָר מאָל, וואָס האָט געהאָלפֿן.
וואָס איז? גלייבט מיר, איך בין ניט אַזאַ טיפּ וואס האָט ליב זיך אָנצושטרענגען. איך וויל נאָר אַז דאָס האַרץ זאָל זײַן געזונט גענוג כּדי איך זאָל קען כאַפּן דעם אויטאָבוס. אויב איך ווער קראַנק פֿון די געניטונגען, זאָל איך עס ניט טון?Berger-woman-athlete-with-headache_web

אַ דאַנק,
אַ ברעכנדיקער אין באַלטימאָר

(more…)

מע גײט אַ קאָזאַצקע
אין קאַמטשאַטקע
מיט הײסע לאַטקעס
אין די גאַטקעס.

זײַ נישט אײדל
קאַמטשאַטקער מײדל
זײַ אַ דרײדל
צו מײַן װײדל

25552379_10156021528024711_8846112258507107151_n

ערשטע ליכטל

דער נס
איז דאָס זאָגן הלל
בשעת קינדער כראָפּען
און אױטאָס מאַכן זײער װעלטלעכע מוזיק
אונטער די הנץ־פֿלאַמען

 

 

די לעצטע ליכטלעך
שיינען א גאנץ יאר, שיטערלעך.
די אפקלאנגען פון א געקוועטשטן גראם
מיט א טונקלען פלאם.

מיין מידער שטאלצער קריגערפאלק
עס מושטירט א פאלק
מארגנדיקע סאלדאטן
שלום-פארבענקטע פרויען-און-יאטן.

איך האָב לעצטנס איבערגעלייענט דעם עדיטאָריאַל פֿון מײַן רעדאַקטאָרשע שׂרה־רחל שעכטער, „וואָס וויל דער פֿאָרווערטס‟?, װוּ זי שרײַבט אַז אין די דאָזיקע שטורמישע צײַטן פֿול מיט פּאָליטישן, מאָראַלישן, און עקאָנאָמישן קריזיס — און װאָס נישט? — איז דער בעסטער אָפּרוף מצד איר צײַטשריפֿט — נישט צו שרײַבן װעגן דעם בכלל.

באמת. שעכטער דערציילט װי די רעדאַקציע איז זיך צונױפֿגעקומען נאָך די פּרעזידענטישע װאַלן אין נאָוועמבער 2016, יענעם פֿינצטערן נצחון פֿון די טראָמפּישע כּוחות, און זיך געפֿרעגט, צי זאָלן מיר שרײַבן װעגן די סיבות פֿון דעם אומגעריכטן געשעעניש?

ענטפֿערט שעכטער, אַז נײן. דװקא נישט. זאָל מען נישט שרײַבן װעגן דעם אָנגעשטרענגטן היסטאָרישן מאָמענט, נאָר אַרױפֿשטעלן פֿאַרװײַלערישע װידעאָס. והא־ראיה, אײנער אַזאַ װידעאָ האָט צוגעצױגן אַ מחנה „לײַקס“ און האָט זיך אָנגעכאַפּט װי פֿײַער.

מיטן גרעסטן דרך־ארץ צו דער רעדאַקטאָרשע, װאָס טראָגט אַ שװער אַחריות, מוז איך קלאָר אױסדריקן די מײנונג אַז זי פֿאַרמישט קאַשע מיט באָרשט. אָדער — בעסער געזאָגט — זי דערלאַנגט באָרשט, און זאָגט דעם עולם, ס׳איז לאַטקעס.

װאָס בין איך אױסן? שעכטער איז גערעכט װען זי שרײַבט, אַז די שליחות פֿון פֿאָרװערטס באַשטײט פֿון שאַפֿן אַ קהילה צװישן ליבהאָבערס פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. װי אַ נישט־חרדישע צײַטשריפֿט מוז דער פֿאָרװערטס ביז אַ געװיסער מאָס פּרוּװן איבערװאַרפֿן אַ בריק צװישן פֿאַרשײדענע סעקטאָרן — חסידים און װעלטלעכע, ייִדן און נישט־ייִדן.

אָבער נאָר ביז אַ געװיסער מאָס. װײַל דער פֿאָרװערטס, היסטאָריש און הײַנט צו טאָג, איז נישט קיין חרדישע צײַטונג, ס׳איז אַ װעלטלעכע אױסגאַבע װאָס איז געגרינדעט געװאָרן צו דינען זשורנאַליסטישע צילן. די אַרבעט פֿון אַ צײַטונג איז נישט נאָר „איבערצוגעבן די נײַעס,“ נאָר אױסצופֿאָרשן פֿראַגעס װאָס זײַנען װיכטיק, אַפֿילו ברענענדיקע און אָנגעװײטיקטע, פֿאַר די לײענערס.

הײסט עס, די ייִדישע קולטור איז נישט נאָר פֿאַרװײַלונג. װען מיר װאָלטן באַגרענעצט אונדזער צײַטשריפֿט בלױז אױף „טענצע און געזענגע“ (װי עס פֿלעגט זיך אָפֿט מאָל אױסדריקן שיקל פֿישמאַן ע״ה) װאָלטן מיר אָפּגעהאַקט די פֿליגל פֿון אונדזער לעבעדיקער טראַדיציע און הײַנטיקער שאַפֿערישקײט. נישט נאָר מיט שׂימחה פֿאַרנעמט זיך די קולטור, נאָר מיט אַלץ װאָס האָט צו טאָן מיט לעבן און טױט, פֿרײדן און לײדן.

די װעלט פֿון ייִדיש־רעדערס באַשטײט נישט נאָר פֿון די אַלע װאָס האָבן ליב אַ געשמאַקן רעצעפּט אָדער אַ לעאָנאַרד כּהן ליד, כאָטש די זאַכן זײַנען װיכטיק. פֿאַראַן פֿראַגעס װאָס נאָר דער פֿאָרװערטס איז בכּוח און פֿרײַ צו ענטפֿערן אױף זײ. פֿאַר װאָס איז די חסידישע געזעלשאַפֿט נישט גרײט ריכטיק צו דערציִען זײַנע קינדער? פֿאַר װאָס קען די מאָדערנע ייִדישע קהילה זיך נישט ספּראַװען מיט די טעותן פֿון דער ישׂראלדיקע רעגירונג און אירע עוולות קעגן די פּאַלעסטינער? פֿאַר װאָס פֿאַרדינען די אָנפֿירערס פֿון די פֿירנדיקע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, סײַ מאָדערנע סײַ חרדישע, אַזױ פֿיל געלט, און בײַ װעמען קען מען בעטן אַ דין־וחשבון? װאָס איז טאַקע די צוקונפֿט פֿון דער ייִדישער קהילה, סײַ פֿרומע סײַ פֿרומע, אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן?

דאָס זײַנען פֿראַגעס װאָס די אוצרות פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור, און הײַנטיקע קולטור־טוערס אין בײדע סעקטאָרן, קענען העלפֿן אונדז ענטפֿערן. דאָס זײַנען שװערע פֿראַגעס, אַ מאָל פּײַנלעכע. ערנצטע פּרוּװן אױף אַן ענטפֿער װעלן מסתּמא נישט צוציִען קײן מאַסן „לײַקס“, נאָר מע קען נישט טאַנצן אױף אַלע חתונות און מע קען נישט אַלע מאָל זײַן פּאָפּולער.

דאָס באַהאַלטן זיך פֿון די קריזיסן אױף דער ייִדישער גאַס װאָלט געװען אַ שאָד. חסידים קוקן צום פֿאָרװערטס װי צו אַ פֿאָרום װאָס באַהאַנדלט װיכטיקע פֿראַגעס װאָס װערן נישט אַרומגערעדט אין זײערע צײַטשריפֿטן (חוץ דעם „װעקער“, װאָס איז אױך נישט אין גאַנצן פֿרײַ). װעלטלעכע ייִדן דאַרפֿן אױך אַן אױסגאַבע װוּ װיכטיקע פֿראַגעס װערן דיסקוטירט וואָס שייך אונדזער קולטור־ירושה, אָן דער רעפֿלעקסיװער הױפּט־שטראָמיקײט פֿון די אַנגלאָ־ייִדישע־פּובליקאַציעס.

איך זאָג נישט אַז די צײַטונג מוז װערן אַן ערצטע אידעאָלאָגישע אױסגאַבע. כּדי צו זײַן פֿאַרשידנאַרטיק און אינטערעסאַנט, מוז מען װײַטער האַלטן דעם בילאַנץ װאָס באָריס סאַנדלער, און איצט שעכטער, האָבן מצליח געװען אַװעקצושטעלן — אַן אָרט װוּ פֿרום און פֿרײַ קענען זיך אױסבײַטן מיט פֿאַרשײדענע מײנונגען אױף אײן שפּראַך. אַזאַ אױסטױש מוז אָבער זײַן טאַקע פֿרײַ. מע טאָר נישט אױסמײַדן געװיסע טעמעס (טראָמפּ, ישׂראל, געלט, רעליגיע…) באשר זײ מאַכן די לײענערס אומבאַקװעם.

טאָמער האָט איר נישט געװוּסט מוז איך דאָ איבערגעבן די לעצטע נײַעס: דאָס לעבן קען זײַן אומבאַװקעם. ס׳איז פֿול מיט אומגליק און פּײַן, אַנטױשונג און פּחד. אָך און װײ צו אַזאַ קולטור װאָס טױג נאָר אױף „העפּי“־װידעאָס און איבערזעצונגען און פּאָפּולערע שלאַגערס. באָרשט און קאַשע דאַרף מען דערלאַנגען אין אײנעם, זיס און זױער, שבתדיקן כּיבוד און װאָכעדיק ברױט.

איך בין כּמעט װי זיכער אַז די רעדאַקטאָרשע איז מיט מיר נישט מסכּים און װעט נישט בײַטן איר צוגאַנג (איר „אַגענדע“) נאָכן לײענען מײַנע פּאָר װערטער. אַ פֿאָרשלאָג װיל איך אָבער יאָ מאַכן. לאָמיר אױספֿרעגן די לײענערשאַפֿט יעדע פּאָר װאָכן װאָסער טעמע שטערט זײ צום מערסטנס, און לאָמיר זיך באַמיִען עפּעס אָנצושרײַבן װאָס זאָל עפּעס צוגעבן צו אונדזער פֿאַרשטאַנד. לאָמיר זיך אױפֿפֿירן כּאילו אונדזער קולטור און שפּראַך פֿאַרמאָגן עפּעס װערט סײַ אױף די לײַכטע מאָמענטן פֿון לעבן, סײַ אױף די שװערע. נו?

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/206884/since-life-is-complicated-the-forverts-should-be-t/?p=all#ixzz4z5NjUOpp

אנטשוויגן געווארן די קלוגע פען. יצחק לודען, דער שכלדיקער זשורנאליסט און געוועזענער פובליציסט ביים פארווערטס, איז נישטא מער. כאטש ער האט ווייניק וואס אנגעשריבן אין די לעצטע יארן, זיינען זיינע ארטיקלען, ארויס אין צוויי בענד, א מעין המתגבר פון קלוגע באמערקונגען וועגן, און אפט מאל אויפן חשבון פון, פאליטישע באשעפענישן אין ישרא23244088_10155898222269711_2557443957174006672_nל מיט אלע פיטשעווקעס און פלעקן.

נישט23244068_10155898225084711_6594003495047743224_nא מער א פולבלוטיקער יידישע פענמענטש פון אייראפעישן אפשטאם וואס גלייבט און דענקט מיט לייב און לעבן לטובת א בלייביקן שלום, יידישלעך-ראפינירט און אן שאוויניזם.

אין דער צייט ווען יידיש איז אלץ מער די רשות פון פרומאקעס אדער די וואס ציען זיך צוריק פון פאליטישע מיינונגען, צוליב א ייאושדיקן שלום-בית, לאמיר געדענקען דעם “האמא לודענס”, מיט אלע רמח אברים און בייסיקע מחשבות.

יהי זכרו ברוך. זאל מען שרייבן לטובת חשובע אידעאלן.

אַ סך מאָל פֿרעגט מיר אַ פּאַציענט, צי דער אָדער יענער מין עסן איז „געזונט“ אָדער „אומגעזונט.“ עס קומט מיר אָן שװער צו ענטפֿערן דערױף.

פֿאַר װאָס? איך האַלט בײַ דער מײנונג, אַז קײן עסן איז נישט קיין „מלאך‟ אָדער „טײַװל‟. חוץ געװיסע אױסנאַמען — סמען, נאַרקאַטיק, אַלקאָהאָל — זײַנען דאָ זײער װײניק מאכלים אָדער געטראַקען װאָס קענען אַלײן שעדיקן דעם מענטש. (אַפֿילו פֿאַרװײַלונג־סובסטאַנצן קען מען ניצן אױף אַ שׂכלדיקן אופֿן. מאַריכואַנע און אַלקאָהאָל זײַנען גאַנץ מעגלעך צו ניצן מיט אַ מאָס.)

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/206683/on-healthy-and-unhealthy-foods/#ixzz4xNsiqST7

אַמעריקאַנער װײַס
מײנט בלױז נישט־שװאַרץ.
פּאָליצײיִשער שפּאַס
טרעפֿט אַ שכנס האַרץ.

ייִדן װערן באַשיצט
און בײַנאַנד געהאַסט.
עס פֿאַלט אָן דער בליץ
נישט יעדער גאַס.

פֿײַנט האָבן
קען אַ ליאַדע גױ.
דעם צלם באַגראָבן
קענען מיר דאָך אױך.

תּמיד װיכטיק
איז דער פֿאַרב פֿון הױט.
זאָל איך באַהיטן
שכנים פֿון טױט.

DevinAllenABG1

ווי זיצט דאס לאנד אליין
אמאל באליבט ביי מענטשן
שוין פערסאנא נאן גראטא
פארהפקרט פון אלע פעלקער
היינט א חוזק
זיינע בירגער וויינען ביי נאכט
די טרערן רינען
נישט קיין טרייסט
צווישן די ליבהאבער
די פריינד האבן אים פארראט
געווארן פיינטלעך
דאס לאנד האט געזינדיקט
צעשטערט און באעוולט
געווארן פארשיקט
צווישן מדבריות
צוריקגעטראטן הינטערוויילעכץ
ווייל קיינער גלייבט נישט
וואוהין זיך קערן און ווענדן
ווען מע רעגירט מיט בלינדקייט

אַ האָפֿערדיקע און דרײסטע איז מײַן שװעסטער דזשאַנעט געקומען אױף דער װעלט. במשך פֿון איר קורצן לעבן האָט זי אַזױ פֿיל אױפֿגעטאָן װײַל ס׳איז איר קײן מאָל נישט אײַנגעפֿאַלן, אַז זי קען נישט. און תּמיד װען זי האָט נישט געוווּסט ווי צו טאָן אַ געוויסע זאַך, איז זי געװען גרײט עס צו פּרוּװן.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/204673/my-adventure-loving-sister-is-gone/?p=all#ixtop-of-Mt.-Rose-2016_webzz4kg57tdcz