װי אַ דאָקטער וואָס אַרבעט אויפֿן געביט פֿון פֿאָלקסגעזונט און וואָס אינטערעסירט זיך מיט געזעלשאַפֿטלעכע פֿראַגעס, קומט מיר אױס אָפֿט מאָל צו הערן פֿאַרשײדענע איבערלעבונגען פֿון פּאַציענטן אין דער אַמעריקאַנער געזונט־סיסטעם.

טײל זײַנען שױדערלעך, טײל שרעקעדיק, און טײל פּשוט נישט צו פֿאַרשטײן. אַ דאָקטער קלינגט אָן אַ פּאַציענט מיט אַ בלוטטעסט־רעזולטאַט, געפֿינט אים נישט אין דער הײם, און גיט זיך אונטער – אָן צו פּרוּװן װײַטער צו דערגרײכן דעם פּאַציענט מיט אַ בריװ אָדער אַן עלעקטראָנישן אָנזאָג. אַ צװײטער דאָקטער מאַכט אומפּאַסיקע באַמערקונגען װעגן דעם קראַנקנס פֿיזישן אױסזען. אַ דריטע פֿרױ, מיט אַ כראָנישע, זעלטענע קראַנקײט, קען נישט פּועלן בײַ איר דאָקטער אַז איר מצבֿ איז אַן עכטער און נישט קײן אױסגעטראַכטער – ער האָט קיין מאָל נישט געהערט פֿון דעם, האָט ער זיך נישט אַפֿילו באַמיט נאָכצוקוקן די קראַנקײט אױף דער אינטערנעץ.

כאָטש די געשיכטעס זײַנען פֿאַרשידן־מיניקע זײַנען די חסרונות פֿון אונדזער געזונט־סיסטעם ברײט באַקאַנט. דאָ װעל איך זײ אױסרעכענען אױף אײן פֿוס, און שטעלן די פֿראַגע: נעמענדיק אין באַטראַכט אַז אַ סך פּרוּװן צו פֿאַרבעסערן די סיסטעם אױף אַ גרינטלעכן אופֿן זײַנען דורכגעפֿאַלן, װאָס טוט מען װײַטער? װי אַזױ קען מען אױספֿירן רעאַלע שינויים?
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/207575/how-to-replace-our-broken-health-system-three-vis/#ixzz53nxcGK5P