ווי זיצט דאס לאנד אליין
אמאל באליבט ביי מענטשן
שוין פערסאנא נאן גראטא
פארהפקרט פון אלע פעלקער
היינט א חוזק
זיינע בירגער וויינען ביי נאכט
די טרערן רינען
נישט קיין טרייסט
צווישן די ליבהאבער
די פריינד האבן אים פארראט
געווארן פיינטלעך
דאס לאנד האט געזינדיקט
צעשטערט און באעוולט
געווארן פארשיקט
צווישן מדבריות
צוריקגעטראטן הינטערוויילעכץ
ווייל קיינער גלייבט נישט
וואוהין זיך קערן און ווענדן
ווען מע רעגירט מיט בלינדקייט