הימל האָט אַראָפּגעקוקט און געוואָלט זײַן ערד.
בעל-הבית האָט פֿון געשעפֿט זיך נאָך נישט אומגעקערט.
די שטערן זאָגן ניטע, ס’איז כאָדאָראָם און הפֿקר —
ביז קאָסמאָס האָט געפּסקנט אַז ריכטונג איז אַ שקר.
איז געבליבן תּיקו, זאָל אַלץ נאָך גיין ווי פֿריִער
ביז בעל-הבית קלאַפּט האַסטיק אין דער פֿאַרמאַכטער טיר.