סערצעניו, דאָס אומזעעװדיקע
האָט דיך נעכטן גערופֿן
און געבעטן אַ לעפֿל מורא.

זמירות פֿון פֿאַרשװוּנדענע דעמאָקראַטיעס
קלינגען אין קינדערשע אױערן
בשעת מע הוליעט פֿרומלעך.

סאַמע אױבן אַ זײגער,
צװײ. נײן. אַ צורה
פֿון דער נעכטיקער ישועה