זאָג כאָטש להבֿדיל איז דאָס ערשטע בוך אָריגינעלע פּאָעזיע פֿון פּאָעט און איבערזעצער שלום בערגער. דער באַנד (באמת אַ בוקלעט) כאַפּט אַרום אַן ערך 50 זײַטלעך פֿון דיכטונג אויף ייִדיש און ענגליש – ניט קיין אויסגאַבע פֿון חומש־מיט־רשי, נאָר מיט אומאָפּהענגיקע און פֿאָרט צונויפֿגעפֿלאָכטענע לידער אויף די צוויי שפּראַכן. דאָס בוך גייט אַרויס פֿון פֿאַרלאָג די ייִדישע שטוב מיט דער מיטהילף פֿון אַ צאָל פּרענומעראַנטן דורך קיקסטאַרטער.

קויפן קען מען דאס בוך דא.

דער דיזײַנער פֿון בוך איז דזשערעמי קאַרגאָן, אַ פּראַקטיצירנדיקער אַרכיטעקט מיט 22 יאָר פּראָפֿעסיאָנעלער דערפֿאַרונג.

אייער ערשטן בוך פאעזיע האב געבלעטערט און איבערגעבלעטערט געלייענט און זיך אריינגעלייענט דערין מיט גרויס נייגער, מיט פיל הנאה און מיט בפירושדיקן נחת-רוח.  — דובֿ-בער קערלער

It appears your Web browser is not configured to display PDF files. No worries, just click here to download the PDF file.